Prepare Yourself for Hanuka - 14.12.24
Lord, this is barely to be believed!
This was once how things were,
You once were a nation,
You were once in charge:
You once had a land,
You once were in control!
Ach! How deeply this moves!
Oh, you little candlelights!
Your little histories
awaken my anguish:
It moves my heart so deeply
And with tears it asks itself:
What will happen now?…
translation by Karen Alkalay-Gut
אָ, איר קליינע ליכטעלעך
טעקסט: מ. ראָזענפֿעלד
אָ, איר קליינע ליכטעלעך
איר דערציילט געשיכטעלעך,
מעשהלעך אָן אַ צאָל.
איר דערציילט פֿון בלוטיקייט,
בריהשאַפֿט און מוטיקייט –
ווונדער פֿון אַמאָל.
ווען איך זע אייַך שמינקלענדיק,
קומט אַחלום פֿינקלענדיק,
רעדט אַן אַלטער טרוים:
“ייד, דו האָסט געקריגט אַ מאָל,
ייד, גו האָסט געזיגט אַמאָל”, –
גאָט, דאָס גלייבט זיך קוים !…
ס’איז בייַ דיר אַ טאָלק געווען,
ביסט אַ מאָל אַ פֿאָלק געווען,
האָסט אַ מאָל רעגירט :
האָסט אַ מאָל אַ לאַנד געהאַט,
האָסט אַ מאָל אַ האַנט געהאַט !” –
אך ! ווי טיף דאָס רירט !
אָ, איר קליינע ליכטעלעך !
אייַערע געשיכטעלעך
וועקן אויף מייַן פּייַן :
טיף אין האַרץ באַוועגט עס זיך
און מיט טרערן פֿרעגט עס זיך :
וואָס וועט איצטער זייַן ?…
Lorem ipsum dolor sit amet, consectetur adipiscing elit. Ut elit tellus, luctus nec ullamcorper mattis, pulvinar dapibus leo.